די באַדײַטונגען פֿונעם סופֿיקס „-ער“ בײַם סוף פֿון װערטער
אָט זענען די כּללים פֿאַר „-ער“ בײַם סוף פֿון סובסטאַנטיװן און אַדיעקטיװן. די פֿאַרשידענע באַטײַטן פֿונעם סופֿיקס האָבן אַ סך אופֿנים, ווי אַזוי מע פֿאָרמט די מערצאָל און די בײגפֿאַלן.
דער פֿאַרפּלאָנטערנדיקסטער באַניץ האָט דעם באַטײַט פֿון טוער: „לױפֿער“, „שרײַבער“, „אָנפֿירער“. עס ווערט געפֿאָרמט אױף דער באַזע פֿון אַ װערב, און אפֿשר איז די פֿאָרמאַציע אַפֿילו פּראָדוקטיװ — װײס איך נישט. דאָס לשון־רבים איז אַ פּלאָנטער: מיט „-ס“, אָבער אױך אָן שום סופֿיקס: „צװײ שרײַבערס“, „צװײ שרײַבער“. איך האָב געלײענט און געהערט בײדע פֿאָרמען.
די װערטערביכער ברענגען אונדז נישט קײן ישועה. דאָס אַרומנעמיקע ייִדיש־ענגליש װערטערבוך גיט פֿאַר לשון־רבים „ לױפֿערס “, און אַנטקעגן־זשע אי „שרײַבער“ אי „שרײַבערס“, בעת דאָס אַרומנעמיקע ענגליש־ייִדיש װערטערבוך גיט נאָר „ לױפֿערס “ און „ שרײַבערס “. מײן איך (זײַ מוחל די חוצפּה פֿון אַני־הקטן) אַז זײ האָבן אַ טעות, אַז דער אױסקלײַב איז נישט לעקסיש און נישט דיאַלעקטיש, נאָר טאַקע גאַנץ אינדיװידועל; און אַז מע דאַרף זײַן קאָנסעקװענט (אַקעגן די װערטערביכער אַלײן).
-ער פֿון פֿאָלק
אַ סך דעמאָנימען (נעמען פֿון פֿעלקער) ענדיקן זיך מיט „-ער“. די װערטער קענען זײַן אַדיעקטיװן, ווי „אַמעריקאַנער“ (אַ סינאָנים פֿון „אַמעריקאַניש“), אָדער סובסטאַנטיװן — אַן „אַמעריקאַנער“ איז אַ מענטש פֿון אַמעריקע. אָט דאָ איז דער מצבֿ פּשוט: דער אַדיעקטיװ איז אינװאַריאַנט (נישט־געבױגן), און אַפֿילו אין לשון־רבים בלײַבט עס „-ער“, אָן שום סופֿיקס. דער סובסטאַנטיװ האָט, פּונקט אַזױ, אַ לשון־רבים אָן שינוי: „צװײ אַמעריקאַנער“. דאָס לשון־נקבֿה פֿונעם סובסטאַנטיװ, אָבער נישט פֿונעם אַדיעקטיװ, נעמט „-ין“ (למשל, „אַמעריקאַנערין“), מיט „-ס“ אין לשון־רבים.
-ער פֿון בײגפֿאַלן
דאָס לערנט מען זיך פֿרי, און דערנאָך איז עס נישט שװער צו געדענקען: „דער שװאַרצער הונט יאָגט זיך נאָך דער װײַסער קאַץ.“ -ער איז דער סופֿיקס פֿון לשון־זכר-יחיד נאָמינאַטיװ און לשון־נקבֿה-יחיד דאַטיװ. אַזױ מיט אַדיעקטיװן, אַזױ אױך מיט סובסטאַנטיװירטע אַדיעקטיװן, דהײַנו געבױגטע סובסטאַנטיװן.
-ער פֿון קאָמפּאַראַטיװ
„מײַן פּנים איז רױט; דײַנס איז רױטער.“ דער -ער באַטײַט פאַרגלײַכונג, און איז געבױגן נאָרמאַלערהײַט, װאָס גיט אַ מאָל אַ טאָפּלן -ער: „דער רױטער בלום און דער רױטערער בלום.“ „כ׳האָב געקוקט מיט התפּעלות אױף דער רױטער בלום, און מיט נאָך מער התפּעלות אױף דער רױטערער בלום.“
-ער פֿון לשון־רבים
סובסטאַנטיװן באַקומען אַ סך סאָרטן מערצאָל־פֿאָרמען, און עטלעכע נעמען אָן ־ער, אָ מאָל מיט שינויים אינעם שטאַם: „צװײ בײנער“, „צװײ גערטנער“ (װאָס איז אי דאָס לשון־רבים פֿון „גאָרטן“, אי דער טוער, דער װאָס אַרבעט דאָרטן אינעם גאָרטן.)
-ער פֿונעם שטאַם
װערטער קענען פֿאַרענדיקן זיך סתּם־אַזױ מיט ־ער: „קלערט אַ בער װאָס קומט אַהער.“ אױב דאָס װאָרט איז אַן אַדיעקטיװ, קען עס האָבן נאָך אַן ־ער פֿאַר אַ בײגפֿאַל, אַזש דרײַ מאָל ־ער אינעם קאָמפּאַראַטיװ: „אַ שװערער קלער, און נאָך אַ שװערערער קלער.“
נישט מער
דאָס איז אַלץ. צי איר האָט ידיעות װעגן די דאָזיקע ענינים אָדער איך האָב געגרײַזט אָדער פֿאַרפֿעלט אַ װיכטיקן סאָרט ־ער, זײַט אַזױ גוט און שיקט אַ בליצבריװל.